factograf
YI

תשרי

תשרי


תשרי איז דער זיבעטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן (און דער ערשטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי).

קביעות - קאלענדאר

פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז 'תשרי שטענדיג א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג.

ראש חודש תשרי איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון תשרי, וויבאלד אלול איז שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): ער האט שטענדיג נאָר ניין און צוואנציג טעג.

אין פסוק שטייט "תקעו בחדש שופר בכסה ליום חגנו" (תהלים פא. ד.), די גמרא דרשנט דעם פסוק חג שהחדש מתכסה בו, רש"י און פארשידענע בעלי תוספות ערקלערן אז דאס מיינט ראש השנה איז א יום טוב וואס דער חודש איז אין אים באהאלטן, אויף פארשידענע אנדערע ערקלערונגן:

דער ערשטער טאג פון חודש תשרי קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ג ה ז) מאנטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, שבת. (ס'איז באקאנט דער לשון "לא אד"ו ראש")

דער נאמען פון חודש

אין פסוק ווערט דער חודש תשרי אנגערופן ירח האיתנים (שטארק), ווי ס'שטייט: "ויקהלו אל המלך שלמה כל איש ישראל בירח האיתנים בחג" (מלכים א' ח. א.), די חז"ל ערקלערן דאס מיינט דער מאנאט וואס אין איר איז געבוירן די שטארקע פון די וועלט: די אבות - אברהם, יצחק, און יעקב.

דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש תשרי גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער (סופי תיבות) ויראו אתה שרי פרעה (בראשית יב. טו.).

דער מזל פון תשרי ווערט אנגערופן תאומים.

ימים טובים אין דעם חודש

ספעציעלע טעג פון חודש אין חז"ל

די ערשטע צען טעג פונעם חודש זענען די עשרת ימי תשובה.

ג' תשרי איז א פאסט טאג צום גדליה

זעט אויך

Read next

In 46 languages

Text from Wikipedia, CC BY-SA 4.0 · Source article