factograf
YI

וואלקאוויסק

וואלקאוויסק

Key facts

באפעלקערונג40,541
שטח79km²
מדינהבעלארוס
גרינדונג־דאטע1005
הייך איבער ים-פלאך161m
ראיאן, פראווינץ, גובערניע, דיסטריקטVaŭkavyski rajon
וואלקאוויסק
Ваўкавыск
די וואלקאוויסקער שול
מדינה / טעריטאָריע בעלאַרוס
גרינדונג דאַטע 1005
קאָאָרדינאַטן ‏53°10′N 24°28′E / 53.167°N 24.467°E
וואבלאסט גראדנער גובערניע
ראַיאָן וואלקאוויסקער ראיאן
שטח 97 קוואדראט ק"מ
הייך 161 מעטער

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

44,167‏  (שטייענדיג 2009)
560 באוואוינער א ק"מ2
http://volkovysk.grodno-region.by/

וואלקאוויסק (בעלאַרוסיש: Ваўкавыск וואקאַוויסק; רוסיש: Волковы́ск; פּויליש: Wołkowysk) איז א שטאט אין גראדנער גובערניע, דרום־מערב בעלארוס, 72 ק"מ דרום־מזרח פון גראדנע, 88 ק"מ מזרח פון ביאליסטאק.

ער האט א באפעלקערונג פון 48,000.

די שטאט ווערט שוין דערמאנט אין יאר 1005.

היסטאריע

אין 1503 האט די שטאט באקומען מאגדעבורג רעכטן פונעם פוילישן מלך זיגמונד דער ערשטער.

לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז די יידישע באפעלקערונג פון וואלקאוויסק געווען 5,528, מער ווי העלפט פון דער שטאטס באפעלקערונג פון 10,323.

ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז וואלקאוויסק געווען אין וואלקאוויסקער באצירק, גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע. צווישן די צויי מלחמות איז ער געווען אין ביסקופיצער באצירק, ביאליסטאקער גובערניע, פוילן.

געאגראפיע

די שטאט ליגט אויפן ראס טייך, צווישן גראדנע, בריסק און באראנאוויטש. די שטאט באדעקא א שטח פון 79 קוואדראט ק"מ.

יידישע היסטאריע

די יידישע געמיינדע פון וואלקאוויסק שטאמט פון די ת"ק יארן. דער ערשטער רב איז געווען הרב אביגדור חריף, א קרוב פונעם ווילנער גאון אנדערע רבנים זענען געווען הרב דוד קאצנעלנבויגן, הרב בנימין דיסקין, הרב יצחק אייזיק חבר (מחבר פון שו"ת בנין עולם).

אין 1897 האבן געוואוינט אין וואלקאוויסק 5,528 יידן, און אין 1931, 7,347 יידן.‏

פערזענלעכקייטן

וועבלינקען

  • וואלקאוויסק פארטאל (ארכיווירט 09.03.2021 ביי דער Wayback Machine)

Read next

In 40 languages

Text from Wikipedia, CC BY-SA 4.0 · Source article